Sunday, September 6, 2015

קמץ אלף - בכלל נישט אזוי פשוט

"קמץ אלף אָ" (ווי UBER) איז א ברייט-באניצטע ביישפיל אויף פשוטקייט, זיכערקייט, פאר אן אַבסאָלוטע געדאנק און מציאות. יעדעס קינד פארשטייט אזוי.

ווען איך בין עלטער געווארן האב איך אנגעהויבן מסופק צו זיין אויב מיין רבי איז גערעכט געווען. ביי א משפחה-שמחה האב איך געהערט מיין לעיקוואודע פעטער זאגט די שבע ברכות, און ער זאגט קמץ אלף אָ (ווי "אָבער דער רבי זאגט...")

עטליכע יאר שפעטער, ווען איך בין געשטיגן אין ארץ ישראל, הער איך א איד דאווענט ביים עמוד און זאגט קמץ אלף אָ/אַ ממש ווי ס'וואלט געווען פתח אלף.

יעצט בין איך שוין אינגאנצען צומישט. אזא פשוטע זאך, וואס יעדע כיתה אלף אינגל לערענט און קען, זאל ווערן אויס פשוט? גאנצע קונטרסים פארשונגען וואלט געזאלט חוקר זיין וועלכע הֶגֶה איז די ריכטיגע פאר "קמץ אלף". צווישען אנדערע איז עס תלוי פון וועלכע לאנד די זיידע שטאמט, און צו די עלטערן זענען געבליבן אשכנזיש אדער זיך דעקלערט חסידים. אבער ווער איז גערעכט? איז דען שייך אז איין נקודה זאל האבן מער פון איין סארט ביטוי? וויאזוי האבן אידן געהערט ביים הר סיני "אנכי ה' אלוקיך"?

וואס מ'זעהט פון דעם א שטיקל מוסר השכל, אז אפילו דו "ווייסט" אז ס'איז אזוי, מ'האט דיר אזוי מחנך געווען, סיי דיין רבי און סיי דיינע עלטערן האבן דיר אזוי געזאגט, מיינט עס אבער נישט אז דאס איז אַבסאָלוט. ס'קען גאנץ מעגליך זיין אז אנדערע האלטן אנדערשט, און ס'וועט דיר נישט זיין גרינג אויפצוווייזען ווער איז גערעכט.

יעדען טאג הערט א מענטש נייעס, פארשידענע געדאנקען און שיטות. א קלוגע מענטש דארף וויסן גארנישט אנצונעמען פאר אַבסאָלוט. ס'איז גאנץ מעגליך אז אנדערע האלטן אנדערשט, אדער אז ס'איז נישט אמת די גאנצע מעשה, נייעס, בריוו און קליפ.

"קמץ אלף" זאל דיר זיין א ביישפיל, אז יעדע זאך, ווי פשוט ס'זאל זיין, איז עס למעשה נישט אזוי פשוט.

אז מ'פרעגט איינעם: זאג נאר, קמץ אלף ... ? דארף דער ענטעפער זיין: איך ווייס נישט, ס'דא וואס זאגן אזוי, ס'דא וואס זאגן אזוי, און ס'אפילו דא וואס זאגן אזוי.

אויף קאווע שטיבל דא

Thursday, September 3, 2015

ברוכים הבאים

ב"ה

צום ערשט וועל איך מיך זעלבסט באגריסן, ברוך הבא צום נייעם בלאג "קמץ "אלף". עס איז צום האפן אז נאר גוטס וועט ארויסקומען פון דעם, פאר אונז און פאר אונזערע קומענדיגע אידישע דורות.

"קמץ אלף" וועט אי"ה זיין אקטיוו אויף די פאפולערע אידישע פארום "קאווע שטיבל", כדי צו פארגרינגערן פאר מיר צו האלטן מיינע שריפטן אויף איין פלאץ, וועל איך אהערשטעלן במשך די צייט ארטיקלן וואס זענען ערשט געשריבן געווארן דארט.